א קורצע היסטאריע פון די EU

די געדאנק צו גרינדן די EU איז געקומען נאך די צווייטע וועלט מלחמה. זעקס לענדער האבן געפארעמט די אייראפעאישע קויל און אייזן קאמיוניטי אין 1952. די געדאנק איז געווען אז די לענדער וואלטן געווען צוזאמען פאראנטווארטליך פאר די פרודאקציע פון קויל און אייזן, וועלכע זענען געווען וויכטיגע רויע מאטעריאלן אין די מלחמה אינדוסטריע. דאס וואלט פארמיטן די געברויך פאר אינדיווידועלע לענדער צו זאמלען געווער. דאס איז געווען די ערשטע שריט אין די גרינדונג פון די EU.

אין 1958, איז די צוזאמענארבעט פארגרעסערט געווארן צו ארייננעמען אגריקולטור און האנדל פאליסי, צום ביישפיל. אין 1967, איז אלע די צוזאמענארבעט געקומען צו ווערן באוואוסט אלס די EC, די אייראפעאישע קאמיוניטיס. 

מיט צייט, האט צוזאמענארבעט צווישן מיטגליד לענדער זיך פארגרעסערט צו מער און מער פלעצער. אין 1993, איז די EC געווארן די EU - די אייראפעיאישע פאראיין. דאס האט געשאפט א פאראייניגטע אינערליכע מארקעט פאר גוטס, סערוויסעס, מענטשן און קאפיטאל אין די EU. 

אין 1999, האט די EU אויפגעשטעלט עקאנאמישע און געלט פאראיין (EMU) מיט די איינצלנע וואלוטע, די יורא. די יורא איז ערשט געווארן פארגעשטעלט אלס אן עלעקטראנישע וואלוטע און אין 2002 זענען יורא באנקנאטן און מטבעות געווארן פארגעשטעלט. היינט, נוצן 20 EU לענדער די יורא אלס זייער וואלוטע. שוועדן נעמט נישט אנטייל אין די יורא.

איבער די יארן, האבן מער און מער לענדער זיך אנגעשלאסן אין די EU. פון די מיטל-1990'ס ביז 2013, איז די EU געוואקסן פון 12 צו א מאקסימום פון 28 מיטגליד סטעיטס.

די EU באשטייט היינט פון 27 לענדער מיט א קאמבינירטע פאפולאציע פון ארום 448 מיליאן.