די ריקסדעג אין אונזער געזעלשאפט

די ריקסדעג, די רעגירונג, אגענטורן און מוניציפאליטעטן זענען ביישפילן פון פובליק פירערס אין אונזער געזעלשאפט. עס זענען דא אסאך פובליק אגענטורן און אנדערע פובליק קערפערשאפטן אין שוועדן.

ריקסדעג

די ריקסדעג איז די העכסטע באשלוס-מאכן קערפערשאפט אין שוועדן. די ריקסדעג'ס פליכטן נעמט אריין איינפירן געזעצן און באשטימען די נאציאנאלע בודזשעט. די ריקסדעג האלט אויך אן אויג וויאזוי די רעגירונג פירט אויס איר ארבעט. באשלוסן געמאכט דורך די ריקסדעג זענען גילטיג איבער גאנץ שוועדן.

די רעגירונג 

איינמאל די וויילער האבן אויסגעוועלט 349 מידגלידער פון די ריקסדעג, נעמט די ריקסדעג אויף א פריים מיניסטער. די פריים מיניסטער וועלט דעמאלטס אויס וועלכע מיניסטערס וועלן פארמירן די רעגירונג. די רעגירונג מוז ווערן געשטיצט אדער כאטש נישט קעגנגעשטעלט דורך די די ריקסדעג, אויב נישט קען עס ווערן געצווינגען אפצוזאגן. 

די רעגירונג פירט די לאנד דורך, צווישן אנדערע זאכן, געבן פארשלאגן פאר די ריקסדעג צו באשליסן אויף. די רעגירונג איז אויך פאראנטווארטליך איינצופירן די באשלוסן געמאכט דורך די ריקסדעג.

די אגענטורן 

די אגענטורן מוזן פארזחכערן אז די באשלוסן פון די ריקסדעג און די רעגירונג ווערן איינגעפירט. די אגענטורן זענען צוגאבליך צו די רעגירונג.

די מוניציפאליטעטן 

שוועדן האט 290 מוניציפאליטעטן. יעדע מוניציפאליטעט האט א מוניציפאליטעט קאונסיל. דארטן, מאכן מוניציפאליטעט פאליטיקאנטן באשלוסן וואס זענען גילטיג צו יענע געוויסע מוניציפאליטעט.

די ראיאנען: 

עס זענען דא 21 ראיאנען אין שוועדן. זייער עיקר פליכט איז זיך אפצוגעבן מיט העלט קעיר און פובליק טראנספארטאציע. די ראיאנישע קאונסיל מאכט פאליטישא באשלוסן פאר די ראיאן.

די געריכטן

די ראלע פון די געריכטן איז צו פאראורטיילן קרימינאלן און שליכטן געפעכטן צווישן בירגער אדער געפעכטן צווישן בירגער און אגענטורן. יעדער מוז ווערן באהאנדלט אייניג פאר די געזעץ.

EU

שוועדן איז א מידגליד פון די אייראפעיאישע פאראיין (EU) און די געזעצן וואס די EU מאכט אפעקטירן יעדעם וואס וואוינט אין שוועדן.

די מידיע:

די מידיע זענען פארמישט אין באאיינפלוסן געזעלשאפט. צום ביישפיל, די מידיע קוקט גוט דורך די ריקסדעג, רעגירונג, אגענטורן און ארגאנאזאציעס.