ספעציעלע וואלן

א ספעציעלע פארלאמענטערי וואלן איז א וואלן וואס קען ווערן געהאלטן צווישן געהעריג באשטימטע וואלן, בשעת אן אנגייענדע טערמין צייט אפשניט. ספעציעלע וואלן זענען ענליך צו געהעריג באשטימטע וואלן, אויסער אז די צייט פאר צוגרייטונג איז קורצער.

א יעצטיגע רעגירונג קען באשליסן צו האלטן ספעציעלע וואלן צווישן די געהעריגע וואלן. די רעגירונג וועלט דאן אויס די וואל טאג. די וואלן מוז ווערן אפגעהאלטן אין די דריי מאנאטן פון די באשלוס.

אויב א מערהייט פון די ריקסדעג האט נישט צוטרוי אין די פריים מיניסטער אדער אן אנדערע מיניסטער, קען עס ארויסגעבן א דעקלעראציע פון אומצוטרוי אין יענע מיניסטער. אויב די ריקסדעג פירט דורך א וואל פון אומצוטרוי אין די פריים מיניסטער, מוז די פריים מיניסטער און די רעגירונג זיך אפזאגן אדער רופן פאר א ספעציעלע וואלן.

אויב די רעדנער'ס פארשלאג פאר פריים מיניסטער איז נישט באשטעטיגט

איינמאל א רעזירונג האט אפגעזאגט, געהערט עס צו די רעדנער צו פארשלאגן א נייע פריים מיניסטער. אויב די רעדנער פארפעלט פיר מאל אין א צו צו באקומען זיינע פארשלאגן פאר א פריים מיניסטער באשטעטיגט דורך די ריקסדעג, מוז א ספעציעלע וואלן ווערן אפגעהאלטן. אפילו אין דעם פאל, מוז די ספעציעלע וואלן ווערן אפגעהאלטן אין די דריי מאנאטן.

ספעציעלע וואלן זענען נישט אנשטאט געהעריגע וואלן

ספעציעלע וואלן טוישן נישט די צייט פון געהעריג באשטימטע וואלן. מידגלידער פון ריקסדעג ערוועלט אין א ספעציעלע וואלן הייבן נישט אן א נייע פיר-יאר טערמין, נאר סערווירן ביז די קומענדיגע געהעריג באשטימטע וואלן.

ספעציעלע וואלן זענען זעלטן אין שוועדן. זינט די פארמירונג פון דעמאקראטיע אין די פריע 1920'ס, איז נאר איין ספעציעלע וואלן געווארן אפגעהאלטן. דאס איז געווען די וואלן צו די נידריגערע קאמער און יוני 1 1958.