וויאזוי די ריקסדעג ארבעט

די ריקסדעג האט 349 מידגלידער וואס אויפגענומען יעדע פיר יאר אין אלגעמיינע וואלן. די קאמער איז די הארץ פון די ריקסדעג, אבער אסאך פון די פאליטישע ארבעט קומט אויך פאר אין די פארטיי גרופעס און קאמיטעען.

מידגלידער פון די ריקסדעג זענען נידשט איינגעשטעלט דורך די ריקסדעג אבער זענען געפאדערט דורך זייערע וויילערס צו זיצן אין די ריקסדעג פאר א באשטימטע צייט אפשניט. דערפאר, באקומען זיי אן אפצאל און נישט א געהאלט. אן MP פירט אויס זיינע אדער אירע פליכטן 24 שעה א טאג, א גאנצע יאר. זייערע פליכטן זענען נישט באגרעניצט צו זייער ארבעט אין די ריקסדעג אבער קענען אויך ווערן אויסגעפירט, צום ביישפיל, אין די פלאץ וואו זיי זענען געווארן איינגעשטימט, אין אנדערע פלעצער, אדער אין אויסלאנד.

MEP'ס האבן א פשוט'ס אלאוענס פון SEK 75 500 פער מאנאט אויף וועלכע זיי צאלן שטייער.

מידגלידער דעבאטירן און מאכן באשלוסן אין פלענארי

די קאמער, אדער פלענארי קאמער, איז די הארץ פון די ריקסדעג. עס איז וואו די מידגלידער פון די ריקסדעג דעבאטירן וויכטיגע ענינים און וואו די ריקסדעג מאכט אירע באשלוסן. 

די פלענארי סעסיע נעמט אריין דעבאטעס אויף געזעצן, דעבאטעס איבער פראגעס געוואנדן צו איינציגע מיניסטערס און פראגע צייט מיט די רעגירונג. גרויסע דעבאטעס, אזויווי פארטיי פירער דעבאטעס, ווערן געהאלטן איבער די יאר. די פארטייען קענען אויך פארלאנגען אז די ריקסדעג זאל האלטן א דעבאטע אויף א ספעציפיש וויכטיגע ענין.

קאמיטעען גרייטן צו באשלוסן

אסאך פון די פאליטישע ארבעט קומט פאר אין די פארלאמענטערי פארטיי'ס פארטיי גרופעס און אין די 15 קאמיטעען. 

מידגלידעער וואס געהערן צו די זעלבע פארטיי פארעמען א פארטיי גרופע. פארטיי גרופעס רעדן דורך אלע וויכטיגע ענינים פאר די מידגלידער פון די ריקסדעג באשליסן אין קאמיטעען און אין די פלענארי.

אין די קאמיטעען, גרייטן מידגלידער צו אלע באשלוסן גענומען דורך די ריקסדעג. איינמאל א קאמיטע האט פארגעשלאגן איר פארשלאג פאר א באשלוס, איז צייט פאר אלע 349 מידגלידער פון די ריקסדעג צו נעמען אין באטראכט די פארשלאג אין פלענארי.

יעדע קאמיטע האט 17 מידגלידער. די קאמיטעען זענען אזויווי א 'קליינע ריקסדעג', וואס מיינט אז די צונויפשטעל פון די קאמיטע מידגליגער שפיגלט אפ די צונויפשטעל פון די ריקסדעג. די גרעסטע פארטייי אין די ריקסדעג האט אויך די מערסטע זיצן אין יעדע קאמיטע.

די רעגירונג זאמלט שטיצע פאר איר EU פאליסי אין די EU קאונסיל און מוז זיך באראטן מיט די EU קאונסיל פאר צאמקומען פון די קאונסיל פון מיניסטערס און צאמקומען פון EU פירערס פון לאנד און רעגירונג אין די אייראפעאישע קאונסיל.

About the page

Published
Changed