צי זענען פאַראַן כּללים פאַר די וויכּוחים אין דער קאַמער?
יאָ, זענען פאַראַן קלאָרע כּללים אָפּהענגיק פון דעם וויכּוח. יעדע רעדע מוז מען פריער מעלדן, און זי מוז זייַן פיקסירט אין צייַט. אַ רייַכסטאָג-דעלעגאַט וואָס וויל קאָמענטרין די רעדע פון אַן אַנדערן דעלעגאַט מוז ערשט פאַרלאַנגען דאָס וואָרט.
צי זענען אַלע וויכּוחים און אָפּשטימונגען אָפן פאַר דעם עולם?
אַלע וויכּוחים און אָפּשטימונגען זענען צוגעלאָזן פאַר דעם עולם. דו קענסט אַליין צוקוקן די זיצונגען פון אַ צוזעער-גאַלעריע אָדער דורך וועב-טעלעוויזיע. נאָך דער זיצונג קענסטו לייענען אין דעם פּראָטאָקאָל, וואָס איז געזאָגט געוואָרן און ווי די אָפּשטימונגען זענען אָפּגעלאָפן.
צו רעדן מער אויף שוועדיש:
צי קען איך פרעגן די דעלעגאַטן עפּעס פון דער צוזעער-גאַלעריע?
ניין, אין דער גאַלעריע מוז זייַן גאַנץ שטיל. אויב דו ווילסט עפּעס פרעגן אַ דעלעגאַט, מוזטו נעמען קאָנטאַקט מיט אים אַנדערש.