To main content
  • Start
  • Ledamöter & partier
  • Utskotten & EU-nämnden
  • Debatter & beslut
  • Dokument & lagar
  • Så funkar riksdagen
  • Webb-tv
The Swedish Parliament logotype, back to start page The Swedish Parliament logotype, back to start page
  • Lättläst
  • Teckenspråk
  • In English
  • Other languages
  • Ordbok
  • Start
  • Ledamöter & partier
  • Utskotten & EU-nämnden
  • Debatter & beslut
  • Dokument & lagar
  • Så funkar riksdagen
  • Webb-tv
  • Start
  • Other languages
  • ייִדיש (jiddisch)
  • דעלעגאַטן און פּאַרטייען

דעלעגאַטן און פּאַרטייען

וויפל דעלעגאַטן זיצן אין דעם רייַכסטאָג?

אין דעם רייַכסטאָג זיצן 349 דעלעגאַטן. די 349 פּלעצער ווערן פאַרטיילט צווישן די פּאַרטייען נאָך וויפל שטימען די פּאַרטיי האָט דערהאַלטן אין די וואַלן.

צו רעדן מער אויף שוועדיש:

  • Val till riksdagen (lättläst)
  • Val till riksdagen
  • Valmyndighetens webbplats

וויפל מענער און וויפל פרויען זיצן אין דעם רייַכסטאָג?

אין פאַרגלייַך מיט אַנדערע פּאַרלאַמענטן האָט דער שוועדישער רייַכסטאָג אַ גרויסע פּראָפּאָרציע פון ווייַבלעכע דעלעגאַטן, % 47.

ווי קען מען ווערן אַ רייַכסטאָג-דעלעגאַט? וועלכע באַדינגונגען מוז מען דערפילן צו ווערן אַ דעלעגאַט פון דעם שוועדישן רייַכסטאָג?

צו ווערן געוויילט צו דעם רייַכסטאָג מוזטו זייַן באַרעכטיקט צו שטימען אין רייַכסטאָג-וואַלן. דאָס באַדייַט אַז דו מוזט זייַן אַ שוועדיער בירגער און 18 יאָר אַלט אָדער מער. דו מוזט אויך זייַן נאָמינירט פון אַ פּאָליטישער פּאַרטיי און דו מוזט זייַן אויף דעם וואַלן-צעטל פון דער פּאַטיי. עס איז גרינגער אויב דו ביסט אַ מיטגליד פון אַ פּאַרטיי און האָט געאַרבעט פאַר דער פּאַרטיי.

דערנאָך באַשטימען די שטימען פון די וויילערס ווער וועט ווערן רייַכסטאָג-דעלעגאַט אָדער נישט. אַ שטים קען געלייגט ווערן אָדער נאָר אויף דער פּאַרטיי אָדער אויף דער פּאַרטיי און אַ באַזונדערן קאַנדידאַט, מיט אַ קרייץ אויפן וואלן-צעטל.

צו רעדן מער אויף שוועדיש:

  • Vilka får vara med i riksdagen? (lättläst)
  • Vilka får vara med i riksdagen?
  • Valmyndighetens webbplats

וויפל פאַרדינט אַ רייַכסטאָג-דעלעגאַט?

די דעלעגאַטן האָבן אַן אָפּצאָל פון 71500 קראָן אין מאָנאַט. זיי צאָלן שטייַער פאַר זייער אָפּצאָל.

צו רעדן מער אויף שוועדיש:

Ledamöternas arvoden

וויפל אַרבעט אַ רייַכסטאָג-דעלעגאַט און ווי זעט אויס זייַן אַרבעטסטאָג?

די אויפגאַבע ווי אַ רייַכסטאָג-דעלעגאַט איז נישט אַ געוויינלעכע אַרבעט מיט באַשטימטע אַרבעטסצייַטן. דערפאַר וואַריִיִרט די אַרבעטסצייַטן פון פּערזאָן צו פּערזאָן. אָבער אַ סך דעלעגאַטן זאָגן אַז זיי אַרבעטן 60-70 שעה אַ וואָך.

דער אַרבעטסטאָג וואַריִיִרט זייער אַ סך. דער גרעסטער טייל באַשטייט פון זיצונגען און באַגעגענישן מיט אַנדערע דעלעגאַטן, למשל אין די קאָמיסיעס און די פּאַרטיי-גרופּעס, און מיט וויילערס, פירמעס, אָרגאַניזאַציעס און אַ סך מער. אַ סך צייַט וועט באַנוצט דורכצולייענען און נעמען אַ באַשלוס צו די פאָרשלאָן, מיט וועלכע די קאָמיסיעס אַרבעטן און וועלכע ווערן דיסקוטירט און באַשלאָסן אין דער קאַמער.

צו רעדן מער אויף שוועדיש:

Så arbetar ledamöterna

וועלכע זענען די רייַכסטאָג-פּאַרטייען און וועלכע פּאָליטיק פירן זיי?

אָט דאָ זענען די פּאַרטייען אינעם רייַכסטאָג און וויפל דעלעגאַטן זיי האָבן.

  • די סאָציאַלדעמאָקראַטן (Socialdemokraterna) האָבן 100 דעלעגאַטן
  • די מאָדעראַטע פאַרזאַמלונגס-פּאַרטיי (Moderata samlingspartiet) האָט70 דעלעגאַטן
  • די שוועדןדעמאָקראַטן (Sverigedemokraterna) האָבן 62 דעלעגאַטן
  • די צענטערפּאַרטיי (Centerpartiet) האָט 31 דעלעגאַטן
  • די לינקספּאַרטיי (Vänsterpartiet) האָט 27 דעלעגאַטן
  • די קריסטדעמאָקראַטן (Kristdemokraterna) האָבן 22 דעלעגאַטן
  • די פאָלקספּאַרטיי די ליבעראַלע (Liberalerna) האָבן 20 דעלעגאַטן
  • די אומוועלט-פּאַרטיי די גרינע (Miljöpartiet de gröna) האָט 16 דעלעגאַטן

דו וועסט געפינען אינפאָרמאַציע וועגן די פּראָגראַמען פון די פּאַרטייען אויף זייערע פאַרשיידענע וועב-זייַטן.

צו רעדן מער אויף שוועדיש:

Så arbetar partierna

  • Share on facebook
  • Share on twitter
  • Share on linkedin
  • Share by e-mail
  • ייִדיש (jiddisch)

    • דער רייַכסטאָג און די דעמאָקראַטיע
    • די אויפגאַבעס פון דעם רייַכסטאָג און דער רעגירונג
    • וויכּוחים און באַשלוסן אינעם רייַכסטאָג
    • דעלעגאַטן און פּאַרטייען
    • שטעלן זיך אין פאַרבינדונג מיט און באַזוכן דעם רייַכסטאָג

Våra andra webbplatser

EU-information Öppna data Fira demokratin!

Följ Sveriges riksdag

The Swedish Parliament on Twitter The Swedish Parliament on YouTube The Swedish Parliament on Instagram The Swedish Parliament on LinkedInn

Följ talman Andreas Norlén

The speaker on Twitter The speaker on Instagram

Prenumerera

För dig som vill bevaka arbetet i kammaren och utskotten finns det flera olika sätt att välja mellan.
Följ & prenumerera

Växeln

08-786 40 00

Frågor om riksdagen och EU?

020-349 000
riksdagsinformation@riksdagen.se

Registrator

registrator.riksdagsforvaltningen@riksdagen.se
Kontakt Press Besök riksdagen
Arbeta hos oss För lärare Riksdagsbiblioteket Beställ och ladda ned
The Swedish Parliament logotype, back to start page
All offentlig makt i Sverige utgår från folket och riksdagen är folkets främsta företrädare.
  • Om webbplatsen
  • Kakor
  • Tillgänglighet
  • Lättläst
  • Teckenspråk
  • In English
  • Other languages
  • Ordbok
Till toppen